סעקס און צניעות

סעקס און צניעות

הודעהעל ידי מי שאמר » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:08 am

די חסידים רופן אן סעקס קדושה ענינים. זיי פארשטייען אז סעקס איז אייביג אן געווען דער גלו דער צוזאם האלט פון יעדן געזעלשאפט די גילט די זעלבסט שולד וואס מ'האט אויף גלוסטן אנדערען משגל ותאווה מאכט דעם פאנטאזירער זייער פארשעמט פון זיך אליינס און ער פירט זיך בהכנעה.

עס קאכט זיך איצט אין מאנסי ווי א רביצן האט געדרשנט און היינט מיט וואטסעפפ און פעיסבוק גייט דאך אלעס פון איינעם צום צווייטן ווי א וואלד פייער.

פון צווישן אנדערע האט זי גערעדט אז הרב וואקסמאן האט געזאגט אז נעקסטער יאר וועלן מיר שוין דארפן האקן אויף זשינס לויט די הייטיגע מאדעס פון די פרויען.

אויך האט זי געזאגט אז הרב טויבער האט געזאגט אז מען מוז שוין קויפן צניעותדיגע קליידער פאר משיח.

אויך האט זי געזאגט אז שרה רבקה רחל זענען געווען יאנטשי לויט די היינטיגע סטיילס פון מאדע ביי די פרויען קליידונג.

א רב אין מאנסי האט מוחה געווען און זיינע חסידים האבן אפגעדרוקט די מוחאה אין פארעם פון פאשקעווילן דאס פארשפרייט.
תמונה
איצט זענען די דארטיגע חסידים קעגן פאשקעווילן....
מי שאמר
 

Re: סעקס און צניעות

הודעהעל ידי מי שאמר » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:12 am

נאך איבער דעם דרשה....



די רעבעצין ביק וואס האט געהאלטן די דברי דופי צניעות דרשה אין מאנסי דעהם פארגאנגענעם מוצש״ק האט דארט גערעדט פון איזבל און וואס חז״ל זאגן אז זי האט געוואלט אנרייצן דעהם שונא צו זינדיגן מיט איר. אנשטאט ניצן דאס ווארט ״סעקס״ אדער אפילו בלשון נקיה ״זינדיגן,״ האט זי געזאגט ״חתונה האבן.״

פארציילט מיר א חשובער רב וואס פסק׳עט שאלות אין מאנסי אז זונטאג נאכט נאך די אסיפה קלינגט דער טעלעפאן און אויפן ליין איז א פרוי מיט אזא בקשה:

רבי, איך האב א פראבלעם: מיין מאן און איך האבן שוין יארן חתונה געהאט נאר ביינאכט, נאך חצות. לעצטנס אבער בעהט ער מיר צו חתונה האבן פאר חצות. איר קענט אפשר משפיע זיין אויף איהם ער זאל נישט טוישן די זמן החתונה? איך מיין אין די תנאים שטייט בפירוש: זמן החתונה מתי שיתרצו שני הצדדים. שקויעך.
מי שאמר
 

Re: סעקס און צניעות

הודעהעל ידי tracht gut » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 9:16 am

איך האב שוין לאנג נישט געלאכט אזוי שטארק שכוח
tracht gut
 
הודעות: 86
הצטרף: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 23 times
שוין געווארן געלייקט: 22 times

Re: סעקס און צניעות

הודעהעל ידי יואליש קרעמער » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 8:39 am

אוידיא: דא קענט איר הערן דער דרשה וואס האט ארויסגערופן בייז בלוט ביי די ארונים אין מאנסי וואס האבן געווארפן דעם פאשקעווילען אין מאנסי דערקעגן.

https://soundcloud.com/joel-freilich/tz ... m=facebook
יואליש קרעמער
 
הודעות: 61
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:52 am
האט שוין געלייקט: 44 times
שוין געווארן געלייקט: 84 times

Re: סעקס און צניעות

הודעהעל ידי סעקסי חסיד » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:58 am

מי שאמר כתב:רבי, איך האב א פראבלעם: מיין מאן און איך האבן שוין יארן חתונה געהאט נאר ביינאכט, נאך חצות. לעצטנס אבער בעהט ער מיר צו חתונה האבן פאר חצות. איר קענט אפשר משפיע זיין אויף איהם ער זאל נישט טוישן די זמן החתונה? איך מיין אין די תנאים שטייט בפירוש: זמן החתונה מתי שיתרצו שני הצדדים. שקויעך.

געלאכט א גוטס

בד"וו ביינונז זאגט מען "די מצוה" נישט חתונה האבן.....
סעקסי חסיד
 
הודעות: 53
הצטרף: מיטוואך יאנואר 15, 2014 8:35 am
האט שוין געלייקט: 31 times
שוין געווארן געלייקט: 18 times


חזור אל דת ואמונה

ווער איז יעצט דא?

משתמשים הגולשים בפורום זה: אין משתמשים רשומים ואורח אחד